אין די לעצטע וואכן ״קאכט זיך״ אין מדינת ישראל און אין וואשינגטאן מיט א פרישע פלאן פון ענדיגן דעם לאנג יעריגן קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, א אנטוויקלונג וועלכע קומט אויף די פארלאנג פון די מעסיגע אראבישע לענדער וועלכע זענען גרייט צו אנקניפן באציאונגען מיט מדינת ישראל און פארזיכערן אז די פאלעסטינער וועלן נישט אויסנוצן זייער טעראטאריע צו אטאקירן מדינת ישראל. געוויסע קוועלער אין וואשטינגטאן און אין מדינת ישראל דרוקן אויס אפטימיזם אז מען שטייט אויפ׳ן שוועל פון א היסטארישע געלגענהייט וועלכע קען ענדיגן די קאנפליקט. אויך איז באריכטעט געווארן אז שוין קומענדיגע מאנאט וועט פארקומען א דריי שפיציגע סאמיט צווישן נתניהו, און אבו מאזן אינאיינעם מיט פרעזידענט טראמפ. אבו מאזן האט נאכגעגעבן די פארלאנג פון מדינת ישראל צו אפשטעלן די געהעלטער פאר טעראריסטן און אויסטויש פאר באנייען די געשפרעכן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל