אין די לעצטע וואכן זינט פרעזידענט טראמפ איז אריין אין אמט איז געלייגט געווארן פול דרוק דורך די לאביאיסטן און אינטערעסאנטן פון וואל סטריט צו אראפנעמען די לאסט וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט ארויפגעלייגט אין פארעם פון רעגולאציעס און געזעצן וואס טוען שטארק איינצוימן די פינאנציעלע סעקטאר פון טון וואס זיי ווילן.

איינע פון די גרעסטע דערגרייכונגען פון די אבאמא אדמינסטראציע איז געווען דאס איינפירן א רייע געזעצן און רעגולאציעס וועלכע רופן זיך די ״דאד-פרענק״ געזעצן. דאס זענען רעגולאציעס וועלכע זענען איינגעפירט געווארן נאך די 2008 פינאנציעלע קראך, צו פארזיכערן אז עס שפילט זיך נישט איבער. צווישן אנדערע פארלאנגט עס פון גרויסע פירמעס צו אוועקלייגן גענוג געלט פאר א ״סעיפטי נעץ״, אז אין פאל זיי קראכן זאל די רעגירונג זיי נישט דארפן אויסבעילן.

נעכטן איז געלייגט געווארן אויפ׳ן טיש פון קאנגרעס א געזעץ פון 600 זייטן וואס טוט צונעמען דעם פרענק דאד אקט, און טוט ווידער שענקן אומבאגרעניצטע רעכטן פאר די בענק, און איז באשטעטיגט געווארן דורך די רעפובליקאנער אן קיין איין דעמאקראטישע שטימע. די רעפובליקאנער זאגן אז די טוישן אין געזעץ וועלן אריינברענגען 24 ביליאן דאלער פאר די פעדעראלע רעגירונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל