ביזנעס פירער אין בריטאניע זענען ארויסגעקומען מיט א רוף צו די רעגירונג צו טוישן די צוגאנג צו ברעקזיט, זאנגדיג אז די אויסגאנג פון די וואלן נעכטן צייגט אז א מערהייט פון בריטישע איינוואוינער ווילן נישט די ביז יעצטיגע צוגאנג פון א ״הארבע ברעקזיט״, וואס באדייט אז ענגלאנד ציהט זיך ארויס פון אלע אייראפעישע אינסטיטוציעס, נאר ענדערש א שטאפלווייזע צוטיילונג וועלכע וועט נאך האלטן בריטאניע פארבינדען צו אייראפע אין געוויסע אספעקטן.

די פרעימיער מיניסטארשע קומט צוריק צו די פארהאנדלונגס טיש אפגעשוואכט, אנשטאט געשטארקט, א זאך וואס שטעלט איר אין א שוואכערע פאזיציע און קען שאטן פאר די בריטישע עקאנאמיע. ביזנעס פירער האבן גערופן פאר מעי צו אוועקשטעלן א קלארע ליניע וואס בריטאניע גייט פארלאנגען ביים פארהאנדלונגס טיש, וויבאלד די יעצטיגע אומקלארקייט ברענגט שטארקע שאדן פאר די בריטישע עקאנאמיע. עס האט זיך שוין אנגעזען היינט ווען די שטערלינג פונט איז שטארק געפאלן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל