די פארליאמענט אין יאפאן האט פארפולט די ווילן פונעם יאפאנעזער עמפאראר וועלכער האט געבעטן ערלויבעניש צו אפטרעטן פון שטוהל. דער 83 יעריגער עמפאראר האט געזאגט אז זיין טיפע עלטער ערלויבט אים נישט צו אויספירן זיינע פליכטן, און ער וויל נעמען זיינע לעצטע יארן צו לעבן א פריוואטע לעבן, און דעריבער וויל ווייטער געבן דעם טראן פאר זיין זוהן. דאס איז דאס ערשטע מאל אין 200 יאר וואס אזא זאך פאסירט. דער יעצטיגער עמפאראר האט איבערגענומען דעם טראן פון זיין פאטער אין 1989, דער קומענדיגע עמפאראר וועט זיין דער 57 יעריגער קרוינפרינץ מוראהיטא וועלכע וועט אריינגיין אין אמט אנהייב קומענדיגע יאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל