ריאליטי ווינער, די שפיאנאזש ארבייטער וועלכע איז געווארן אנגעקלאגט אין ארויסגעבן סענסעטיווע אינפארמאציע צו די פרעסע איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די וואלן איז געשטעלט געווארן פאר א ריכטער צו אנשטיידן אויב זי קען ארויסגיין אויף בעיל ביז די ענדע פונעם פראצעס. די פראקוראר האט געצייגט פאר די ריכטער אז זי האט געשריבן אין איר פריוואטע טאגבוך אז ״איך וויל פארברענען דעם ווייסן הויז, אנטלויפן קיין אפגאניסטאן און זיך אנשליסן אין די טאליבאן״, טראץ וואס זי האט דאס ווארשיינליך בלויז געמיינט צו אויסדריקן איר אויפברויז אויפ׳ן פרעזידענט, זאגן די פראקורארן אז דאס צייגט אז זי קלערט פון אנטלויפן. אזוי אויך האבן זיי אנגעוויזן אז זי האט מעגליך איינגעפלאנצט א אפאראט אין די קאמפיוטערס פון די ען-עס-עי וואס וועט איר ערלויבן צו ארויסבאקומען נאך אינפארמאציע אויב פארלאזט זי דאס לאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל