פרעזידענט טראמפ האט נעכטן באשולדיגט דעם געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי אין ליגנט זאגן פאר קאנגרעס דורכאויס זיין ברייט געדעקטע פארהער וואס איז פארגעקומען נעכטן. דער פרעזידענט האט געשריבן אז ״ער האט געזאגט אזויפיל ליגנטס און פאלשע סטעיטמענטס, און עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט אויך ארויסגעגעבן רעגירונג אינפארמאציע״, און דערמיט זיך באצויגן צו דעם וואס קאומי האט געזאגט אז ער אליין האט געלאזט ארויסרינען די אינהאלט פון זיינע שמועסן מיט׳ן פרעזידענט צו די פרעסע.

קאומי האט געזאגט אז נאכדעם וואס ער איז געווארן אפגעזאגט האט דאס ווייסע הויז אים באשמוצט מיט ליגנטס און דאס האט אים באוואויגן צו ארויסגעבן צו די פרעסע די אינהאלט פון די פריוואטע שמועסן וואס ער האט געהאט מיט׳ן פרעזידענט, אין פארעם פון נאטיצן וואס ער האט געשריבן באלד נאך די שמועסן. ער האט געזאגט אז ער האט זיך באלד פארצייכנט די אינהאלט פונעם שמועס וויבאלד ער קען דעם פרעזידענט און ער ווייסט אז ער קען שפעטער לייקענען און ליגנט זאגן.

די פאקט אז ער האט גערופן דעם פרעזידענט א ליגנער האט שטארק אויפגערעגט דאס ווייסע הויז, און דער פרעזידענט איז ארויס מיט א קאנטער אטאקע. דער פרעזידענט׳ס אדוואקאט מארק קאסאוויטש האט גערופן פאר אן אויספארשונג אויב קאומי האט געזעצליך געמעגט ארויסגעבן די אינערליכע אינפארמאציע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל