ווען די בריטישע וואלן זענען פאררופן געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק דורך די פרעמיער מיניסטארשע, האט זי אנגעגעבן די סיבה פאר׳ן פאררופן וואלן אז ״די בריטישע פאלק דארף א שטערקערע רעגירונג מיט א שטערקערע מאנדאט פון די בריטישע פאבליק ביים פארהאנדלונגס טיש״, און איז געווען זיכער איז איר קאנסערוואטיווע רעגירונג וועט צובאקומען בענקלעך אין פארליאמענט צו פארגרעסערן זייער מערהייט. אבער דערווייל האט די לעיבאר פארטיי אין די לעצטע וואך אנגעהויבן שטייגן אין פאפולאריטעט.

נאכ׳ן אפציילן אלע שטימען שטעלט זיך ארויס אז נישט בלויז האט זי נישט דערגרייכט די ציהל פאר וועלכע זי האט פאררופן די וואלן, נאר איר פארטיי האט פארלוירן 12 זיצן. אין די זעלבע צייט וואס די לעיבאר פארטיי האט צובאקומען 29 פרישע זיצן, אפצייכענענדיג שטארקע זיגן אין פולע שטעט אין ענגלאנד. אבער די קאנסערוואטיווע פארטיי האט פארט באוויזן צו אנציען די מערסטע זיצן און אנגעקומען צו 318.

די קאנסערוואטיוון האבן שוין נישט די מערהייט זיצן אין פארליאמענט, וואס באדייט אז זיי זענען נישט אויטאמאטיש די פארטיי וועלכע שטעלט צוזאם די רעגירונג, נאר זיי מוזן יעצט פארמירן א קאאליציע. די פרעמיער מיניסטארשע מעי האט שוין געמאלדן אז זי וועט צוזאמענשטעלן א קאאליציע מיט די פרא-בריטישע פארטיי פון דרום איירלאנד, און דערמיט שאפן א שמאלע מערהייט רעגירונג פון 328 זיצן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל