וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע וועט די וואך אנהייבן א קאמפיין גערופן "ארבעטער אנטוויקלונג וואך", צו לייגן דרוק אז אמעריקאנער ביזנעסער זאלן אויפנעמען מער פעאיגע ארבעטער אנצופילן ליידיגע פאזיציעס. פרעזידענט טראמפ זאגט אז א הויפט פראבלעם פארוואס אזויפיל מיליאנען אמעריקאנער מיט דעגריס האבן נישט קיין דזשאבס, איז ווייל ביזנעסער פילן אן פאזיציעס מיט אימיגראנטן און אנדערע ביליגע ארבעטער, וואס דאס שעדיגט די אמעריקאנער דזשאבס מארקעט. דער קאמפיין אין לויף פון דער וואך צוצושטעלן דזשאבס פאר טאלאנטפולע און געלערנטע ארבעטער, וועט נאכפאלגן דעם קאמפיין פון פארלאפענע וואך, ווען טראמפ האט קאמפיינט פאר פרישע אינפראסטרוקטור פראיעקטן איבער'ן לאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל