ניו יארק – די אלטע גאטעלס בריק אין ניו יארק סיטי האט זיך אפיציעל אפגעשפארט פרייטאג אום צען אזייגער ביינאכט, און מען האט אנגעהויבן דירעקטירן אלע טראפיק צו דער נייער גאטעלס בריק. די איסט-באונד טראפיק האט זיך פריש אנגעהויבן אויף דער נייער גאטעלס בריק שפעט מוצאי שבת און וועט ווייטער גייט היינט זונטאג אינדערפרי, און די וועסט-באונד טראפיק וועט זיך אנהייבן אויף דער נייער בריק היינט זונטאג נאכמיטאג, און דערווייל קען די בעיאן בריק גענוצט ווערן אלס אלטערנאטיווע ווילאנג מען פירט אריבער גענצליך פון דער אלטער גאטעלס צו דער נייער. די נייע גאטעלס בריק איז געבויעט געווארן צו ערזעצן די אור-אלטע גאטעלס, וועלכע איז נאך געבויט געווארן אין דער עפאכע פונעם ערשטן וועלט קריג פאר דער סומע פון 7 מיליאן דאלער. די נייע גאטעלס בריק האט אפגעקאסט ארום איין ביליאן דאלער, און איז טייל פון א גרעסערן פראיעקט דורך ניו יארקער אויטאריטעטן צו ערזעצן אלע אלטע בריקן, א שטייגער ווי די נייער בעיאן בריק וואס האט זיך געעפנט עטליכע וואכן צוריק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל