קאליפארניע – דאס אמעריקאנער מיליטער האט ארויסגעשטעלט א פארמעסט קאמפיין צווישן גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס, צו זען ווער עס קען אויפקומען מיט א לעזונג צו די "הייפּאקסיע" פראבלעמען וואס מאכן זיך לעצטנס מער און מער אויף מיליטערישע פליגערס, ווען די מיליטערישע פילאטן פארלירן זייערע אטעמען מעגליכקייטן בשעת'ן פליען צענדליגער טויזנטער פיס אין דער לופטן. דער קאמפיין אויסצוטרעפן עפעס נייע לופט-קאבינע טעכנאלאגיע קומט נאכדעם וואס אן אמעריקאנער עירפארס באזע האט געמאלדן אז זי שטעלט אפ אלע רייזעס מיט די עף-35 סארט מיליטערישע פליגערס, צוליב וואס מיליטערישע פילאטן האבן באריכטעט אז זיי שפירן ערנסטע אטעמען פראבלעמען בשעת׳ן פליען הויך אין דער לופטן מיט די סארט פליגערס. בלויז אין איין חודש זענען געווען אזויפיל ווי פינף אזעלכע פעלער, כאטש ביי אלע 5 האבן די פילאטן באוויזן צו ענדיגן זייערע פלי רייזעס און לאנדן אומגעשעדיגט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל