וואשינגטאן – עקספערטן האבן אנגעוויזן אז מענטשן וואס פירן א געזונטן לעבענס שטייגער און שטייען אוועק פון ריזיקע פאקטארן פאר הארץ אדערן קראנקהייטן, קענען אנהאלטן געזונטע יונגע הארץ אדערן, וואס באדייט אז מ'קען ביי 70 יאר האבן די סארט הארץ אדערן ווי א יונגער מענטש פון 29 יאר אלט. די פארשער האבן איבערגעקוקט די אינפארמאציע פון 3,196 ערוואקסענע פון 50 יאר און העכער, צו באטראכטן דעם "וועסקולער עידזשינג" צושטאנד, ד.מ. אז די הארץ אדערן ווערן אלט און ווייניגער בויגזאם. זיי האבן באטראכט וויאזוי דאס ווערט באווירקט פון די הויפט ריזיקע פאקטארן, אריינגערעכנט הויך בלוט דרוק, הויך קאלעסטעראל, הויך בלוט צוקער, ווייניג אקטיוויטעטן, איבערוואגיקייט און רויכערן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עלטערע מענטשן וועלכע האבן פארמיטן מינימום זעקס פון די ריזיקע פאקטארן, זענען געווען 10 מאל מער אויסגעשטעלט צו האבן בויגזאמע גוט פונקציאנירנדע הארץ אדערן, ממש יונגע אדערן ווי א 29 יעריגן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל