ירושלים – נעכטן האבן ים-טויכער געפונען דעם קערפער פונעם חתן כמר נתן חג'אני ע"ה, וועלכער איז ליידער אומגעקומען נאכ'ן זיך דערטרענקען אינעם כנרת טייך. דער חתן ע"ה איז געפארן מיט עטליכע חברים פאריגע וואך דאנערשטאג אויף א שיפל אינעם כנרת, ווען פלוצלינג האט זיך די שיף איבערגעדרייעט און דער חתן און זיינע 2 חברים האבן אנגעהויבן צושווימען צום בארטן. די צוויי האבן באוויזן אנצוקומען צום בארטן, אבער דעם חתן'ס כוחות האבן זיך אויסגעלאזט און ער איז ליידער איינגעזונקען און דערטראנקען געווארן אינעם וואסער. נעכטן, נאך פינף טעג זוכענישן מיט ים-טויכער און סאנאר טעכנאלאגיע, האט מען אפירגעפונען דעם קערפער פון החתן נתן ע"ה, צום שאק און טרויער פון זיינע פאמיליע און פריינט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל