אטלאנטא – גייענדיג צום דרוק דינסטאג ביינאכט, קומט אריין די נייעס אז די רעפובליקאנער קאנדידאטקע, קערען הענדעל, האט געוואונען דעם ספעציעלן קאנגרעס פארמעסט אינעם זעקסטן דיסטריקט אין דזשארדזשיע, באזיגנדיג איר דעמאקראטישן קעגנער דזשאן אסאף, וועלכער האט אויסגעגעבן די אסטראנאמישע סומע פון 26 מיליאן דאלער פאר זיין קאמפיין. הענדעל'ס געווינס איז א שטארקע זיג פאר די רעפובליקאנער און ספעציפיש פאר פרעזידענט טראמפ, וויבאלד די דעמאקראטן האבן פרובירט אראפצומאלן ווי גלייך דער קאנגרעס פארמעסט איז א רעפערענדום אויף טראמפ'ס פרעזידענטשאפט ביז אהער, און ס'שטעלט זיך ארויס אז טראמפ האט געווינען דעם רעפערענדום. הענדעל האט באקומען מיט ארום צען טויזנט שטימען מער ווי אסאף, לויט די ציילונגען יעצט דינסטאג 10:30 ביינאכט. פרעזידענט טראמפ האט באלד ארויסגעשיקט א "טוויט" צו גראטולירן דעם זיג.

.

.

.

.

.

.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל