וואשינגטאן – מארגן דאנערשטאג דערווארט מען אז די רעפובליקאנער אינעם סענאט וועלן ארויסשטעלן צום פובליק זייער העלט-קעיר ביל, וואס די רעפובליקאנער האפן אז זיי וועלן נאך גענוג שנעל באקומען א באריכט פונעם "קאנגרעס בודזשעט אפיס" איבער זייער ביל און קענען שטימען דערויף איידער אלע סענאטארן וועלן אהיימגיין איידער דער יולי-4 חאגע וואקאציע. דער שריט פון די רעפובליקאנער צו פובליצירן דעם ביל אין פובליק, איז געצילט צו פארשטילן די קריטיק וואס די דעמאקראטישע סענאטארן האבן אין די לעצטע טעג געלאזט פאלן קעגן די רעפובליקאנער, זאגנדיג אז די רעפובליקאנער ארבעטן אויס דעם ביל אין געהיים און לאזן קיינעם נישט זען, אין דער צייט וואס זיי האבן אראפגעריסן באראק אבאמא און די דעמאקראטן פאר'ן שרייבן דעם אבאמאקעיר ביל אין געהיים אין יאר 09'.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל