וואשינגטאן - די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן, איינצושטעלן א פולקאמען פארבאט אויף אמעריקאנער בירגער, מען זאל נישט טארן פארן קיין צפון קארעא. דאס קומט נאכדעם וואס דער אמעריקאנער סטודענט, אטא ווארעמביער, איז אומגעקומען קורץ נאכ'ן באפרייט ווערן פון זיין געהאלטן-ווערן זיבעצן מאנאטן אונטער צפון קארעא׳ס ארעסט. אריזאנא'ס סענאטאר דזשאן מעקעין האט פארגעשלאגן ענליכס, זאגנדיג אז מען דארף באשטעטיגן א געזעץ איינצוצוימען אמעריקאנער פון פארן קיין צפון קארעא. מעקעין זאגט אז יעדער אמעריקאנער בירגער וועלכער וויל פארן קיין צפון קארעא, זאל געצווינגען ווערן אונטערצושרייבן א וועיווער דאקומענט, אז מיט'ן אהינפארן דערקלערט ער אז די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט קיין שום אחריות פאר אים, און ער וועט נישט קענען קלאגן די אמעריקאנער רעגירונג אין פאל עפעס שלעכטס פאסירט מיט אים דארטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל