טעקסאס - צווישן צען און פופצן פאסאזשירן זענען פארוואונדעט געווארן פון א טורבעלאנס אויף א פליגער וועלכע איז געווען אויפן וועג קיין טעקסאס. דער יונייטעד עירליינס פליגער איז געפלויגן פון פאנאמא סיטי קיין יוסטאן, טעקסאס, ווען עס האט אנגעטראפן שווערע טורבעלאנס זייענדיג העכער מעקסיקא, און האט זיך גענומען ווילד ווארפן. ארום פופצן פאסאזשירן זענען ארויסגעווארפן געווארן פון זייערע זיצן און אראפגעפאלן אויף דער ערד, און ווען דער פליגער האט געלאנדעט, זענען די פארוואונדעטע פאסאזשירן אפגעפירט געווארן צו לאקאלע יוסטאן שפיטעלער. א ווארטזאגער פאר יונייטעד עירליינס האט באשטעטיגט אז די פילאטן האבן געקלערט פון מאכן אן עמורדזשענסי לאנדונג, אבער מ'איז סייווי געווען גאר נאענט צום טעקסאס לופטפעלד, וואו דער פליגער האט געלאנדעט זיכערערהייט אן קיין שום קאמפליקאציעס.

Image result for UNITED TURBULENCE

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל