וואשינגטאן - דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן אז זי וועט צושטעלן פרישע פעדעראלע הילף און געלטער פאר צוועלף סיטיס איבער'ן לאנד וועלכע ווערן געפלאגט פון אן אויפשטייג אין קרימינאליטעטן און הויכע ראטעס גאן-מארדן. די ליסטע נעמט אריין סיטיס פון די סטעיטס ניו יארק, אהייא, אלאבאמא, טעקסאס און אילינאי, צווישן אנדערן, אבער אינטערעסאנט איז דער פאקט אז שיקאגא ווערט נישט אויסגערעכנט, טראץ די עקסטרעם-הויכע צאל שיסערייען ממש וועכנטליך. אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס זאגט אז עס וועט אוועקגעשטעלט ווערן א נייע ״נאציאנאלע פובליק סעיפטי פארטנערשיפ״, דורך וועלכע די סיטיס וועלן באקומען די נויטיגע געלטער און אנדערע הילף ביים אויספארשן ארגאניזירטע דראג באנדעס און וואפן באנדעס, מיט'ן ציל צוריקצוברענגען געזעץ און ארדענונג אין די שטעט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל