אלבאני – ניו יארק גאווערנאר, ענדרו קאומא, האט פארארדענט א ברייטן איבערזיכט אויף דער סייבער-זיכערהייט ארום די ניו יארק סטעיט עלעקשאן סיסטעם, וואס קומט אלס דירעקטער רעזולטאט צו די פרישע באריכטן אז די רוסישע העקערס האבן פרובירט צו העקן וואל מאשינען איבער'ן גאנצן לאנד ביי די פארלאפענע פרעזידענט וואלן. קאומאו זאגט אז אין דער צייט וואס עס זענען טאקע נישט געווען קיין שום קאנקרעטע באריכטן אז אין ניו יארק האבן די העקערס אריינגעהעקט אין די וואל מאשינען, איז אבער וויכטיג אז די סטעיט רעגירונג זאל טאן וואס מען קען נאר, צו פארמיידן אז דאס זאל נישט פאסירן אינעם צוקונפט. די ספעציעלע "סייבער זיכערהייט ראטגעבער" באורד, אונטער גאווערנאר קאומא, וועט אנפירן דעם איבערזיכט, און דער גאווערנאר האט זיי געגעבן ניינציג טעג צוריקצוקומען מיט רעקאמענדאציעס וואס צו טוישן און פארבעסערן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל