אלבאני – די רעפובליקאנער-קאנטראלירטע סטעיט סענאט אין ניו יארק האט באשטעטיגט א געזעץ איינצושטעלן נייע צוימונגען אויפן באנוץ פון עלעקטראנישע ציגארעטלעך, וואס מען דערווארט אז גאווערנאר קאומאו, וועלכער האט ארויסגעשטעלט אזא געזעץ פארשלאג אלס טייל פון זיין בודזשעט פלאן, וועט אונטערשרייבן דאס נייע געזעץ. דאס געזעץ זאגט אז עלעקטראנישע ציגארעטלעך פארמאגט די זעלבע הארבקייט ווי געהעריגע ציגארעטלעך, וועלכע פאלן אונטער די "ניו יארק ריינע אינעווייניגסטע לופט" געזעץ, וואס באדייט אז מען וועט פון היינט און ווייטער נישט טארן רייכערן עלעקטראנישע ציגארעטלעך אין פובליק ערטער ווי רעסטוראנטן, שאפינג מאללס א.ד.ג.. דער ביל גייט יעצט אריבער צום סטעיט אסעמבלי, אונטער קאנטראל פון די דעמאקראטן, וואו עס וועט לכאורה באשטעטיגט ווערן גרינגערהייט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל