פלארידע – א באריכט אינעם "מארקעט וואטש" פינאנציעלע פובליקאציע, ברענגט ארויס אז דער מארקעט פון "ריעל עסטעיט אינוועסטמענט טראסטס" האט אין די לעצטע מאנאטן אנגעהויבן ליידן שווערע פארלוסטן און עס גייט נאר ווערן ערגער. "ריעל עסטעיט אינוועסטמענט טראסטס", אדער ווי זיי זענען באקאנט אלס "ריעטס", באדייטן אז איין אינוועסטירער אדער פירמע קויפט אפ א גרויסע געביידע, און צו קענען באצאלן פאר'ן אפקויף, נעמט ער קלענערע סומעס פון צענדליגער, און צומאל הונדערטער, אינדיווידועלע אינוועסטירער, וועלכע באקומען דערנאך מאנאטליך א שיינעם פראצענט. "ריעטס" איז א זאך וואס יעדער האט צוטריט דערצו און ס'איז גאר פאפולער אין די לעצטערע יארן, ווייל עס איז צוגענגליך, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז דער מארקעט פון "ריעטס" פאלט אין דער לעצטער שטיק צייט, ווייל רוב פון די סארט אינוועסטמענטס זענען אין געביידעס וועלכע סטאנציאנירן אין זיך שאפינג צענטערן און ריטעיל געשעפטן, און עס איז נישט פאר קיינעם קיין סוד אז ריטעיל ליידט שווערע פארלוסטן, אלס רעזולטאט פון עמעזאן און בכלל אנליין איינקויף.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל