שוועדן – איינס פון די אינטערעסאנטע ביזנעס עקספערימענטן וואס פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט פרובירט אין לויף פון די יארן, איז געווען ארויסצוגעבן א שפיל פאר קינדער. דער שפיל איז געווען נאכגעמאכט פון די פאפולערע "מאנאפאלי" שפיל, און עס האט געהייסן "איך בין דא צוריק! און איר זענט אויפגעזאגט! טראמפ, די געים!", און איבריג צו זאגן אז עס האט זיך אויסגעלאזט צו זיין א וויסטער דורכפאל, פארקויפנדיג בלויז אפאר הונדערט שטיק אין געשעפטן לענגאויס אמעריקע. אצינד וועט דער שפיל אריינגעשטעלט ווערן אינעם אינטערעסאנטן "מוזעאום פון דורכפעלער" וואס דער פראפעסאר סעמיועל וועסט פירט אן אין שוועדן. פראפעסאר וועסט זאגט אז דער "טראמפ שפיל" פאסט אריין אין די קריטעריעס וואס דער מוזעאום האט אוועקגעשטעלט צו באשליסן וואס הייסט א דורכפאל, אבער וועסט זאגט אז א דורכפאל איז בכלל נישט עפעס וואס פארשמירט די רעפוטאציע פונעם מענטש וואס האט געליטן דעם דורכפאל, ווייל עס צייגט אז ער האט אמווייניגסטנס פרובירט עפעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל