אין א דראמאטישע טויש פון רעטאריק האט די רעזשים אין נארט קארעא געשיקט א מעסעדש אז זי איז גרייט צו לייגן איר מיסיל פראגראם אויף אפהאלט און פארהאנדלען מיט די מערב וועלט און אמעריקע אויב וועט מען איר נאכגעבן געוויסע פארלאנגען, דאס איז אנדערש ווי די רעטאריק וואס זי האט גענוצט אין די לעצטע מאנאטן אז זי וועט זיך פאר קיין שום פרייז נישט אונעטרגעבן, צווישן די פארלאנגען איז אז אמעריקע זאל אפשטעלן די געמיינזאמע מיליטערישע פראבעס אינאיינעם מיט סאוט קארעא, א זאך וואס קען צושטאנד קומען און פארמאגט די שטיצע פונעם נייעם פרעזידעט דשאן מא-ען.

די נייע סטעיטמענט איז געקומען דורך דעם אמבאסאדער פון נארט קארעא קיין אינדיע, און קומט אין די צייט וואס אין אמעריקע הערשט א אויפברויז איבער די רעזשים׳ס ברוטאליטעט צו אן אמעריקאנער סטודענט, און בלויז עטליכע שטונדען נאכדעם וואס פרעזידנעט טראמפ האט דערקלערט אויף טוויטער אז די דיפלאמאטישע באמיאונגען פון כינע צו ברענגען א פרידליכע לעזונג צו דעם פראבלעם זענען דורכגעפאלן, און עס איז מעגליך אז די ווארנונג פון ערנסטע שריט דורך אמעריקע האט איר באוואויגן צו טוישן די טענער, א זאך וואס זיי האבן אויך געטון אין 2002 מורא האבנדיג פון פרעזידענט בוש נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל