דער סואדישער קעניג סאלמען האט איבעראשט די וועלט ווען ער האט געטוישן די קעניגליכע רייע אין די אריסטאקראטישע פאמיליע און אנידערגעשטעלט זיין פלומעניק מוחאמעד בין נאיעף פון זיין פאזיציע אלס קרוין פרינץ און קומענדיגער קעניג און אנשטאט דעם אויפגענומען זיין זון פרינץ מוחאמעד בין סאלמען - דער אמטירנדער פארטיידיגונג מיניסטער - וועלכער איז אין די זעלבע צייט אויך נאמינירט געווארן צו דינען אלס דעפיוטי פרעמיער מיניסטער פון די קעניגרייך, און בלייבט אויך אין שפיץ פון די מיליטער וואס שטעלט אים אויטאמאטיש אין די פאזיציע פון צווייט מערסט מאכטפולער פערזאן אינעם קעניגרייך.

די טויש קומט אין א קריטישע צייט ווען די קעניגרייך מוטשעט זיך מיט פולע עקאנאמישע און דיפלאמאטשיע פראבלעמען, די נידריגע אויל פרייזן טוען שטארק עפעקטירן די קעניגרייך וואס אויל איז כמעט איר אויסשליסליכע פארדינסט, און אזוי אויך איז זי פארמישט אין א העפטיגע דיפלאמאטישע און מיליטערישע געפעכט מיט איראן און אירע איליאירטע אינעם מיטל מזרח, פרעזידענט טראמפ האט שוין היינט אנגערופן דעם נייעם קרוין פרינץ אים צו באגריסן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל