אין די לעצטע טעג זענען פארגעקומען עטליכע קאנפראנטאציעס צווישן אמעריקאנער און רוסישער קרעפטן אין די לופטן העכער סיריע און העכער׳ן באלטישן ים, א זאך וואס טוט פארשארפערן די אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי גרויסמאכטן וואס שטיצן קעגנגעזאצטע פארטייען אין די סירישע בלוטיגע קריג, היינט האט רוסלאנד געמאלדן אז א נאט״א פליגער איז געקומען נאנט צו א רוסישע מיליטערישע פליגער אין וועלכע עס איז געפארן דער רוסישער פארטיידיגונגס מיניסטער, און דער נאט״א עף-16 פליגער האט געמוזט פארטריבען ווערן דורך א רוסישע קאמפס פליגער.

די אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי לענדער שטייגט, און עס העכערט די מעגליכקייט פאר א מיליטערישע קאנפראנטאציע אין סיריע וואס קען זיין קאטעסטראפאל, דער אלגעמיינער סעקערטאר פון די פעלקער פאראיין אנטאני גועטרעס האט נעכטן אפעלירט צו ביידע זייטן צו צייגן איינגעהאלטנקייט און לעזן די פראבלעמען ארום דעם פארהאנדלונגס טיש און נישט דורך מליטערישע קאנפראנטאציע וואס קען פירן צו א וועלט קריג אין סיריע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל