עס איז א לאנגיעריגע טראדיציע פון הונדערטער יארן אז די בריטישע מאנארך קומט אריבער אין פארליאמענט אין די טאג ווען מען הייבט אן א פרישע סעסיע און לייגט ארויס די פלענער און לעגיסלאטיווע אגענדע פאר די קומענדיגע סעסיע, היינט איז געווען די עפענונג פון די סעסיע און די קעניגן איז אריבערגעקומען אין פארליאמענט האלטן א רעדע, אבער דאסמאל איז געווען א היסטארישע טויש, נעמליך די קענגין איז נישט געקומען אין פולע פאראדע מיט הונדערטער פערד און באגלייטער אזוי ווי געווענליך, נאר איז געקומען איינפאך אין א קאר און אזוי אויך אן א קרוין, צו באצייכענען די פאקט אז עס איז נאכנישט געפארעמט געווארן א געהעריגע רעגירונג צוליב די שמאלע אויסגאנג אין די לעצטע וואלן, די קעניגן האט אין איר רעדע ארויסגעלייגט ארום 30 געזעץ פארשלאגן וואס די מערהייט דערפון טוען זיך באציען צו ברעקזיט און צו ערזעצן עקזיסטירנדע אי.יו. געזעצן און רעגולאציעס, די פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי האט אנערקענט איר דורכפאל און געזאגט אז זי וועט דינען אין איר פאזיציע מיט ״איינגעהאלטנקייט און אנשטלאסנקייט״.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל