דער הויכראנגיקער ראטגעבער און איידעם פון פרעזידענט טראמפ דשערעד קושנער איז אנגעקומען קיין מדינת ישראל, און האט זיך היינט געטראפן מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו אינאיינעם מיט׳ן אמעריקאנער אמבאסאדער דוד פריעדמאן און דער ספעציעלער שליח צום מיטל מזרח דשעיסאן גרינבלאט (אלע דריי אידן שומרי תורה ומצוות), און אזוי אויך דער מדינת ישראל אמבאסאדער קיין אמעריקע רון דערמער, ביי די באגעגעניש האט ער איבערגעשמועסט די געברויכן פון מדינת ישראל און די פארלאנגען פון מדינת ישראל בעפאר מען זעצט זיך צו די פארהאנדלונגס טיש.

מארגן וועט קושנער זיך טרעפן מיט די פאלעסטינער פירערשאפט אין ראמאלא, און אין בעפארברייטונג צו דעם באגעגעניש האט די טראמפ אדמינסטראציע פארלאנגט פון די פאלעסטינער פירערשאפט צו אנגרייטן א ליסטע פון 12 פארלאנגען וואס זיי האבן צו מדינת ישראל אויף וועלכע זיי ווילן אז די געשפרעכן זאלן זיין קאנצעטרירט. אין די זעלבע צייט געפונט זיך אין מדינת ישראל אויך דער געוועזנער בריטישער פרעמיער מיניסטער טאני בלעיר וואס טוט פארטרעטן די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אין די פארהאנדלונגען צווישן די זייטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל