טרעוויס קאלאניק, איינע פון די גרינדער און אנפירער פון אובער קאר-שערינג פירמע און א פיאניר אין דעם פעלד האט רעזיגנירט פון זיין אמט אין ליכט פון א סעריע סקאנדאלן וועלכע פלאגן דעם מולטי ביליאן דאלער פירמע, זיין רעזיגנאציע קומט נאכדעם וואס 4 פון די שעירהאלדער האבן געשיקט א בריוו צו די פירמע און פארלאנגט זיין רעזיגנאציע, ער וועט אבער בלייבן אויף די באורד פון דירעקטארס.

טראץ וואס די פירמע טוט דורכדרייען ארום 4 ביליאן דאלער איטליכער קווארטאל האט די פירמע דערווייל נאכנישט באוויזן צו פארדינען סטאבילע רווחים, אינעם לעצטן קווארטאל האט די פירמע געזען א פארלוסט פון 704 מיליאן דאלער, און א קווארטאל בעפאר האט די פירמע געזען א פארלוסט פון איבער 900 מיליאן דאלער. די האפענונג פון אינוועסטירער איז אז די פירמע וועט זיין גאר פראפיטבאר אין די צוקונפט ווען זי וועט אויסשפרייטן אירע סערוויסעס צו א ברייטע פעלד ווי אויטאמאטישע קאר׳ס און נאך. עס בלייבט איבער צו זעהן וואס די קומענדיגע שריט פון די פירמע וועט זיין און אויב זי וועט באשליסן צו גיין פאבליק מיט די פירמע וואס ווערט געשאצט ביי א ווערט פון 70 ביליאן דאלער אויב זי גייט אויפן סטאק מארקעט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל