נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז פארד - די צווייט גרעסטע אמעריקאנער אויטא פירמע - האט אויפגעגעבן אירע פלענער צו בויען א ריזיגע פאבריק אין מעקסיקא האט פרעזידענט טראמפ זיי באגריסט און דערקלערט אז עס אים צו פארדאנקן, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס וועלן די ארבייטס פאזיציעס נישט קומען קיין אמעריקע נאר גיין קיין כינע, ווי פארד גרייט זיך צו בויען א גרויסע פאבריק פאר זייער נעקסטע גענעראציע פון די קליינע ״פארד פאקוס״ קאר׳ס וואס ווערן פארקויפט אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט, די קאר׳ס ווערן יעצט פראדוצירט אין מישיגען, און אויך אין כינע, אבער די פירמע וועט פארגרעסערן די אקטיוויטעטן אין כינע, און ציהלט אויך צו פארגרעסערן די פארקויפן אין די כינעזער מארקעט. די פירמע האט אבער געזאגט אז זי וועט ווייטער גיין מיט א פלאן צו בויען א 900 מיליאן דאלערדיגע פלענט אין קענטאקי ווי זי וועט פראדוצירן אירע עס-יו-ווי טרעקלעך.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל