מאנרא - נעכטן איבער׳ן טאג האט מען געזען א כוואליע פון אנטיסעמיטישע קאמענטארן געצילט קעגן איינוואוינער אין קרית יואל, נאכדעם וואס א מעגליכע טארנעידא איז איבערגעפאלן דעם ראיאן. דער טארנעידא איז איבערגעפאלן, לויט די שאצונגען, ארום 4:30 מאנטאג נאכמיטאג, ווען א שווערער גאס רעגן האט זיך אראפגעלאזט העכער טיילן פון ניו יארק סטעיט, אריינגערעכנט אפסטעיט, און א לאקאלער זשורנאליסט האט רעקארדירט א דראמאטישע ווידעא וויאזוי א "טראכטער וואלקן" (א וואלקן אין פארעם פון א "טראכטער") לאזט זיך אראפ העכער דער ברך משה געגנט אין קרית יואל, וואס דאס איז א צייכן פון א טארנעידא. ווען דער זשורנאליסט האט פובליצירט די ווידעא אויפן אינטערנעט, האט מען באלד געזען בייסיגע שרעקעדיגע קאמענטארן, אנגעהויבן פון די ווייכסטע וועלכע האבן זיך געלייענט בערך אזוי, "א וואלקן האט פון אייביג אן געהערשט העכער די קרית יואלער געמיינדע", און געענדיגט ביי עטליכע העסליכע, "נו, זאג אונז שוין אז ס'זענען געווען דארטן פאטאליטעטן. ס'מוז זיין!", ה"י.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל