וואשינגטאן – דער פרעזידענט פון אוקראַינע, פעטרא פאראשענקא, איז נעכטן אויפגענומען געווארן דורכן אמעריקאנער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ, פאר א באזוך אין ווייסן הויז, וואו טראמפ האט דיסקוסירט פארשידענע אישוס, און באהויפטעט אז אמעריקע טוט וואס מען קען "צו ברענגען אן ענדע צום קאנפליקט" אין מזרח אוקראַינע, אבער טראמפ האט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער'ן פאקט אז רוסלאנד שפילט דארטן א ראלע מיט'ן אריינשיקן זעלנער און וואפנס צו העלפן די פרא-רוסישע רעבעלן. אין דער זעלבער צייט וואס ס'איז פארגעקומען דער טראמפ-פאראשענקא צוזאמטרעף, האט דער סטעיט דעפארטמענט געמאלדן פרישע סאנקציעס אויף א גרופע רוסישע אינדיווידועלן, וועמענס געלטער זענען איינגעפרוירן געווארן צוליב זייער ראלע אין רוסלאנד'ס אומלעגאלע אינוואזיע אויפן קרים האלב-אינזל פון אוקראַינע. רוסלאנד האט רעאגירט צו די פרישע סאנקציעס מיט אויפברויז, באשולדיגנדיג אמעריקע אין "רוסא-פאביע" (א נייער טערמין פאר אזעלכע וואס שרייען ביי יעדע זאך "רוסלאנד!")



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל