בעיזשינג – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן אויסגעדרוקט אנטוישונג איבער דעם וואס כינע איז דערווייל דורכגעפאלן צו ברענגען סיי וועלכע טויש אין דער אויפפירונג פון דער קאמוניסטישער צפון קארעא. פרעזידענט טראמפ האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק אויסגעדרוקט האפענונג, אז די כינעזער רעגירונג, אין שפיץ פון פרעזידענט שי דזשינפינג, וועלן קענען לייגן דרוק אויף צפון קארעא אפצושטעלן זייערע נוקלעארע וואפנס, אבער נעכטן נאכמיטאג האט פרעזידענט טראמפ דערקלערט אין א מעסעדזש אויף טוויטער: "איך בין שטארק דאנקבאר פאר די שריט פון כינע און פרעזידענט דזשינפינג איבער צפון קארעא, אבער ס'איז קלאר אז ס'האט נישט געארבעט. אמווייניגסטנס ווייס איך אז כינע האט פרובירט!".

הוסף רשומת תגובה