פראנקרייך – נעכטן האט מען געהערט מער אינפארמאציע איבער דעם טעראר אטאקע פרואוו, וואס האט פאסירט מאנטאג ביים טשאמס-עליזעי סקווער אין פאריז, וואו א טעראריסט האט אריינגעקראכט מיט זיין קאר אין א פאליצייאישן טרעקל, פון וועלכן דער קאר האט עקספלאדירט און דער טעראריסט איז אומגעקומען. דער טעראריסט איז נעכטן אידענטיפיצירט געווארן אלס אדאם דאזאזירי, אן 31 יעריגער פארשוין וועלכער איז באקאנט געווארן פאר די פאליציי און איז געווען אויף א ליסטע פון פאטענציעלע טעראריסטן. פאריזער פאליצייאישע אויספארשער וואונדערן זיך וויאזוי דאזאזירי האט פארמאגט א לעגאלן פערמיט צו קויפן און באזיצן וואפנס, אין דער צייט וואס ער איז געווען אויף דער טעראר ליסטע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל