סיריע – נעכטן האבן פאסירט א פרישע סעריע אינצידענטן, וועלכע האבן פאראויסגערוקט די אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און די אליאנץ פון רוסלאנד און איראן, און עקספערטן ווארענען, אז אויב וועלן זיך נישט זאכן בארואיגן אינעם גאר נאענטן צוקונפט, איז אומשטאנד חלילה ס'זאל אויסברעכן א פולקאמע וועלט קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד, איראן און סיריע, און די קריג וועט געפירט ווערן אויף סירישע טעריטאריע, וואו די דערמאנטע לענדער זענען אצינד פארמישט צו קעמפן אויף קעגנערישע זייטן פון דער סירישער בירגער קריג.

דער ערשטער אינצידענט וואס מען האט נעכטן געהערט, איז געווען דאס וואס דאס אמעריקאנער מיליטער האט אראפגעשאסן א באוואפנטן איראן-פאבריצירטן דראון. דער איראנער "שאהאד 129" דראון איז אראפגעשאסן געווארן העכער אל-טאנף, א געגנט אין סיריע נאענט צום גרעניץ מיט איראק, וואו די אמעריקאנער טרופן פארמאגן א קליינע באזע, און דער דראון איז אראפגעשאסן געווארן, וויבאלד ס'האט אויסגעזען ווי עס גרייט זיך אראפצואווארפן א באמבע אויף די אמעריקאנער זעלנער און די אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן.

א צווייטן אינצידענט האט מען געהערט, ווען דער פענטאגאן האט געמאלדן אז א באוואפנטער רוסישער פליגער איז געקומען געפארפול נאענט צו אן אמעריקאנער שפיאנאזש פליגער, וועלכע איז געפלויגן אין אינטערנאציאנאלער טעריטאריע העכער'ן באלטישן ים. לויט די באריכטן, איז דער רוסישער פליגער געקומען אזוי נאענט ווי פינף פיס (!) צום אמעריקאנער פליגער, און עס איז אויסגעמיטן געווארן א קאטאסטראפע אין דער לעצטער סעקונדע, ווען דער אמעריקאנער פליגער האט זיך אוועקגערוקט. רוסלאנד האט נאכנישט געגעבן צו ערקלערן פשט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל