וואשינגטאן. – ווייניגער ווי העלפט פון דאקטוירים און נוירסעס אין עמוירדזשענסי רומס האבן נישט געוואוסט צו זאגן וויפיל עס קאסט אפ צו באהאנדלען די געווענליכע פעלער וואס מאכן זיך כסדר אין עמוירדזשענסי רומס. פארשער האבן אויסגעפרעגט 441 עמוירדזשענסי רום דאקטוירים צו שאצן די קאסטן פון באהאנדלען דריי צושטאנדן: א 35 יעריגער מיט בויך ווייטאגן, א 57 יעריגער מיט אטעמען שוועריקייטן, און א זיבן יעריג קינד מיט האלדז ווייטאג. אין יעדן קעיס האט מען בייגעלייגט אלע רעלעוואנטע אינפארמאציע, און בלויז 32 פראצענט אויסגעפרעגטע האבן ריכטיג צוגעטראפן די קאסטן פאר דעם 57 יעריגן מענטש מיט אטעמען שוועריקייטן, וואס קאסט 2,423 צו באהאנדלען. בלויז 40 פראצענט דאקטוירים האבן צוגעטראפן דעם פרייז ביים 7 יעריג קינד מיט האלדז ווייטאג, וואס קאסט 596 אין עמוירדזשענסי רום, און בלויז 43 פראצענט פון באטייליגטע האבן ריכטיג צוגעטראפן דעם פרייז פאר באהאנדלען דעם 35 יעריגן מאן מיט בויך ווייטאג, וואס איז געווען ביי 4,713 דאלאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל