ניו יארק – יונייטעד עירליינס האט געמאלדן אז זי וועט אנהויבן אן עראפלאן רייזע וואס וועט זיין איר לענגסטע פלי רייזע, נעמליך פון לאס אנדזשעלעס ביז סינגאפאור, א רייזע פון 8,700 מייל. די רייזע, וועלכע וועט גיין צו דער מערב ריכטונג, וועט נעמען 17 שעה און 55 מינוט, די פאסאזשירן וועלן פארלאזן לאס אנדזשעלעס יעדן נאכמיטאג און וועלן אנקומען אין סינגאפאור 2 טעג שפעטער, נאכמיטאג צייט אויפ'ן ארטיגן לאקאלן זייגער. די צוריק-וועג רייזע, אויף מזרח צו, וועט נעמען 15 שעה און 15 מינוט, 2 שעה ווייניגער ווי אויף אהין, ווייל די אלגעמיינע ווינטן פליסן פון מערב צו מזרח, ד.מ. אז אויפ'ן וועג אהיים ווערט דער עראפלאן צוגעהאלפן דורך די ווינטן וואס שטופן עס פאראויס. די לענגסטע אמעריקאנער עראפלאן פלי רייזע איז פון די אויסטראליער קוואנטאס עירליינס, וועלכע האט א 8,578 מייל רייזע צווישן דאלאס-פארט ווארט און סידני-אויסטראליע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל