ברוקלין – א געוועזענער עיר פארס מעכאניקער פון ניו דזשוירזי, וועלכער איז געווארן דער ערשטער אמעריקאנער צו געפונען ווערן שולדיג אין זיך אנשליסן מיט דער "אייסיס" טעראר באנדע, איז פאראורטיילט געווארן צו 35 יאר טורמע. ריכטער ניקאלאס גאראופיס (Nicholas G. Garaufis) האט פאראורטיילט דעם 49 יעריגן טייראד פיו (Tairod Pugh), ביי וועמען מען האט געפונען טעראריסטישע פראפעגאנדע אין זיין באזוץ און ווי אויך מאפעס פון גרעניצן פון טערקיי אריין קיין סיריע. ער איז אויך געפונען געווארן שולדיג אין שטערן די רעגירונג פראצעדור קעגן אים, ווען ער האט פרובירט צו פארניכטן די באווייזן פון זיין פלאן בשעת מ'האט אים געכאפט אין איסטאנבול אין 15'.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל