וואשינגטאן – צווישן די מאדנע מינוטן ביים ספעציעלן פארהער נעכטן אויף דזשעימס קאומי אינעם סענאט שפיאנאזש קאמיטע, איז געווען ווען דער רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין האט געפרעגט א פראגע, וואס ער אליינס האט נישט געהעריג פארשטאנען, און עס האט אויסגעזען ווי ער פלאגט זיך צו רעדן, וואס האט ממש געברענגט זארג אז ער האט געליטן פון עפעס א מעדיצינישן עפיזאד... מעקעין האט געפרעגט קאומי איבער די דיפערענצן אדער ענליכקייטן צווישן דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג און די הילערי-אימעיל אויספארשונג, און קאומי האט געענטפערט טרוקן אז די הילערי-אימעיל אויספארשונג איז פארשלאסן, אבער די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג גייט ווייטער אן. האט מעקעין צוריקגעשריגן, אז דאס פארשטייט ער טאקע נישט, וויאזוי די הילערי-אימעיל אויספארשונג האט קאומי געברענגט צו אן ענדע, בעת די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג האט ער נישט געענדיגט (דער פשוט'ער ענטפער איז אז די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג איז קוים געעפנט געווארן...).



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל