וואשינגטאן – מיטוואך האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אז ער נעמט דעם לאנגיעריגן יוסטיץ פיגור קריסטאפער רעי אלס נייער עף-בי-איי דירעקטאר, און עס איז אויפגעברענגט געווארן אן אינטערעסאנטע זאך, אז רעי האט א היסטאריע אין פארגאנגענהייט מיט'ן ארויסגעווארפענעם עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי. דאס איז געווען ווען רעי האט זיך אנגעשלאסן אינאיינעם מיט קאומי און ראבערט מולער (דער זעלבער מולער וועלכער איז יעצט דער ספעציעלער פראקוראר אין דער רוסלאנד אויספארשונג, וואס רעי, מולער און קאומי זענען דאן אינאיינעם געווען איינגעשטעלטע דעמאלט אין דער בוש אדמיניסטראציע) צו סטראשען פרעזידענט בוש, אז זיי וועלן אינאיינעם רעזיגנירן אויב די בוש אדמיניסטראציע וועט אנהאלטן אומלעגאלע אונטערהער אפעראציעס אויף אמעריקאנער בירגער. "כ'ווייס נישט וואס איר גייט טאן, אבער איידער איר שלעפט ארויס דעם פּלאג, מעלדט מיר איין, אז איך זאל קענען מיטשפרינגען מיט ענק אינאיינעם".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל