אונגארן – א געריכט אין בודאפעסט האט נעכטן געאורטיילט אז א באקאנטער האלאקאוסט לייקענער זאל זאפארט אויסגעליפערט ווערן קיין דייטשלאנד אויסצודינען א טורמע אורטייל. ווי שוין באריכטעט 3 וואכן צוריק, איז דער דייטשער רעכטער עקסטרעמיסט הארסט מאהלער ארעסטירט געווארן אין אונגארן, וואו ער האט זיך פרובירט אויסצובאהאלטן פון נישט דארפן אויסדינען קיין טורמע אורטייל אין דייטשלאנד, וואו ער איז געפונען געווארן שולדיג איבער'ן לייקענען דעם האלאקאוסט און פאר'ן פארשפרייטן אנטיסעמיטיזם. דער 81 יעריגער מאהלער האט, לויט באריכטן, געבעטן דעם אונגארישן פרעמיער מיניסטער, וויקטאר אורבאן – וועלכער איז באקאנט אליינס אלס א שטיצער פון דער עקסטרעם-רעכטער באוועגונג לענגאויס אייראפע – אז ער זאל אים געבן פאליטישע שוץ אין אונגארן, און מאהלער האט באצייכנט אורבאן אלס "דער פוהרער", דער טערמין מיט וועלכע דער רשע היטלער ימ"ש פלעגט באצייכנט ווערן.

האָרסט מאַהלער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל