פראג – עטליכע פון די קינדער וואס זענען געראטעוועט געווארן ביים קינדער-טראנספארט, וואס איז ארגאניזירט געווארן דורך דעם חסיד אומות העולם, סיר ניקאלעס ווינטאן, פון ענגלאנד, האבן אויפגעשטעלט א מאנומענט אין זיין אנדענק, ביי דער הויפט באן סטאנציע אין פראג. דער בריטישער ווינסטאן האט ארגאניזירט אכט באנען, וועלכע האבן אין סך הכל ארויסגעראטעוועט 669 אידישע קינדער פון טשעכאסלאוואקיע, דורכאויס דייטשלאנד און געראטעוועט צו ווערן קיין ענגלאנד, ממש בעפאר דעם אויסברוך פון דער קריג אין 939'. ווינטאן איז געשטארבן אין יאר 15' אין עלטער פון 106 יאר אלט, און דער "געזעגענונג מעמאריעל" איז אין פארמאט פון א רעפליקע פון איינע פון די טירן פון די באנען, מיט די הענט פון די קינדערלעך אויף איין זייט און די הענט פון די עלטערן אויף דער אנדערער זייט, צו דראמאטיזירן די סצענעס ווען די עלטערן האבן זיך פון זיי געזעגענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל