וואשינגטאן – נעכטן האט דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, געגעבן זיין לאנג דערווארטעטן אויפטריט פאר'ן סענאט שפיאנאזש קאמיטע, און א הויכפונקט פונעם פארהער איז געווען דאס וואס ער האט מער ווי פינף מאל באצייכנט פרעזידענט טראמפ אלס א ליגנער. קאומי האט אויך באשטעטיגט אז טראמפ האט געלייגט דרוק אויף אים זיך אפצולאזן פון דער אויספארשונג אויף מייקל פלין.

קאומי האט דעטאליזירט זיינע געשפרעכן מיט פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג, ווי נעכטן באריכטעט, אז ער האט געהאט 9 מאל פריוואטע געשפרעכן מיט אים, און האט באשלאסן אפצושרייבן אלעס, וויסנדיג אז פרעזידענט טראמפ וועט מעגליך ארויסקומען און ליגנט זאגן איבער די געשפרעכן, האט ער צוליב דעם געוואלט האבן א געשריבענעם רעקארד.

קאומי האט דערציילט אז נאכדעם וואס ער איז אויפגעזאגט געווארן דורך טראמפ, האט די טראמפ אדמיניסטראציע אונטערגענומען א נידריגן קאמפיין צו באשמוצן זיין נאמען מיט ליגנטס, און קאומי האט באשטעטיגט אז ער האט אראנזשירט אז זיינע געשריבענע נאטיצן זאלן אנקומען צום "ניו יארק טיימס", שפירנדיג פאר וויכטיג אז דער פובליק זאל וויסן דערפון.

דאס ווייסע הויז האט נישט אפיציעל רעאגירט צו קאומי'ס אויפטריט, נאר טראמפ'ס ספעציעלער פריוואטער לאיער, מארק קאסאוויץ, האט געגעבן א לענגערן סטעיטמענט פאר דער מידיא, אין וועלכן ער האט ארויסגעברענגט אז קאומי האט אליינס מודה געווען אז ער ליעקט זאכן צו דער מידיא, וואס דאס נעמט אוועק פון קאומי'ס באגלייבטקייט אלס אן עדות אין דער רוסלאנד אויספארשונג.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל