א פאניק איז אנטשטאנען אין די ״שירת ירושלים״ חתונה זאלן ביי די חתונה בחצרות זעוויל-זוטשקא ווען אינמיטן די חתונה איז א טייל פון די דאך אינעם פרויען טייל פון די זאל איינגעפאלן, און בלויז מיט נסים איז ברוך השם קיינער נישט געשעדיגט געווארן, די דאך האט זיך אנגעהויבן שאקלן און אלע פרויען זענען ארויסגעלאפן און הערשט נאכדעם איז די גאנצע דאך איינגעפאלן ווען די זאל איז שוין ב״ה געווען ליידיג. די חתונה איז דאן אריבערגעפירט געווארן צו אן אנדערע זאל ווי מען האט ממשיך געווען בשמחת חתן וכלה, בלויז עטליכע פרויען זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב שרעק און לייכטע וואונדן פון די שטופעריי ביים ארויסלויפן פון זאל.

די צוזאמגעפאלענע דאך

די זאל פארן צוזאמפאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל