אקטיוויסטן לייגן דרוק אויף שמחה פעלדער ער זאל זיך צושטעלן צו די דעמאקראטן צו שטימען אויף א ביל וועלכע וועט באשיצן די רעכטן פון פאמיליעס וועלכע זענען האבן נישט קיין געהעריגע לעגאלע סטאטוס, און פארזיכערן אז ניו יארק לאזט נישט די פעדעראלע רעגירונג צוטיילן פאמליעס און אויסליפערן אומדאקומענטירטע אימיגראנטן וועלכע זענען איינוואוינער אין ניו יארק.

די סטעיט אסעמבלי האט שוין פאריגן פעברואר פארגעשלאגן א ביל וועלכע טוט באפולמעכטיגן די לאקאלע אויטאריטעטן צו באשיצן די אימיגראנטן און לאזט עס איבער פאר לאקאלע אויטאריטעטן צו אנטשיידן איבער די סטאטוס פון די אימיגראנטן, און אזוי אויך טוט עס צושטעלן לעגאלע הילף פאר די אימיגראנטן צו קענען לעזן זייער לעגאלע פראבלעמען און פארבלייבן אין אמעריקע לעגאל.

טראץ וואס די דעמקראטן געניסן פון א מערהייט אין די ניו יארק סטעיט סענאט איז אבער דא א טייל פון די דעמאקראטן וועלכע רופן זיך ״זעלבסטשענדיגע דעמאקראטן״ וועלכע טוען זיך אנשליסן מיט די רעפובליקאנער אויף געוויסע אנלעגנהייטן, און שמחה פעלדער איז א טייל פון די גרופע און האט זיך אנגעשלאסן מיט די רעפובליקאנער צו בלאקירן דעם געזעץ.

די שריט פון פעלדער רופט ארויס וואונדער אויב עס איז טאקע אין די אינטערעסן פון די געמיינדע וועמען ער פארטרעט צו ווי טוהן אונזערע שכנים די אימיגראנטן געמיינדעס, און אויב עס איז ריכטיג פאר א ציבור וועלכע זענען געווען אימיגראנטן ביז עטליכע יאר צוריק צו האבן א אומדירעקטע טייל אין די שריט פון די פעדעראלע רעגירונג קעגן אימיגראנטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל