ווי באקאנט איז דאס ערשטע פארפאלק צוטיילט זינט דער פרעזידענט איז אריין אין אמט, ווען די ערשטע פרוי וויילט אין ניו יארק מיט איר זוהן, און דער פרעזידענט וויילט אין ווייסן הויז. אבער ווי עס שיינט קומט דאס צו אן ענדע קומענדיגע וואך ווען די פאמיליע ווען זיך פאראייניגן, ווען פרוי טראמפ און דער יונגער זוהן וועלן זיך ענדגילטיג אריבערציען צום ווייסן הויז.

די ערשטע פאמיליע האט געמאלדן אז זיי ווילן אז זייער זוהן בעראן זאל קענען פארבלייבן אין מאנהעטן, ווי ער גייט אין שולע ביז ענדע פונעם שול-יאר, און הערשט דאן זיך אריבערציען קיין וואשינגטאן. אבער קומענדיגע וואך מיטוואך וועט די פאמיליע זיך אריבערציען ענדגילטיג קיין וואשינגטאן, ווי בעראן וועט גיין אין שולע אין די דערנעבנדיגע מערילענד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל