האוואי איז געווארן די ערשטע אמעריקאנער סטעיט וועלכע האט זיך אנגעשלאסן אין די פאריזער פארשטענדעניש, טראץ דעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט זיך אפיציעל ארויסעצויגן דערפון. עס איז ערווארטעט אז נאך א רייע דעמאקראטישע סטעיטס וועלן זיך אנשליסן, דערמיט שאפנדיג א מעגליכקייט אז אמעריקע זאל זיך נאך אלס האלטן צו די פארשריפטן פון די אפמאך אן דעם וואס די פעדעראלע רעגירוג זאל שפילן א ראלע דערין; א פארשלאג וועלכע איז צום ערשט ארויסגעלייגט געווארן דורך דעם געוועזנער מעיאר פון ניו יארק מייקל בלומבערג. עס איז ערווארטעט אז ארום נאך 12 שטאטן וועלן נאכגיין איר די פוסטריט פון האוואי און אויך אונטערשרייבן ענליכע געזעצן, אריינגערעכנט ניו יארק.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל