די זיכערהייט דעפארטמענט פון די  אמעריקאנער אמבאסאדע אין קיעוו האט געמאלדן איבער א אינצידענט אין וועלכע א פארשוין האט אריבערגעווארפן א אויפרייס אפאראט איבער די צוים וועלכע נעמט ארום די געביידע פון די אמעריקאנער אמבאסאדע. די אפאראט האט אויפגעריסן אויף די גראז אינדרויסן פון די געביידע און נישט געמאכט קיין שום שאדן. די אינצידענט ווערט אויסגעפארשט, און די פאליציי האט געזאגט אז זיי פארשן עס אלס אקט פון טעראר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל