צום ערשטן מאל זינט די אנהויב פונעם קריג, האבן די פרא-אסאד סירישע קרעפטן אטאקירט די אמעריקאנער מיליטערישע פערסאנעל וועלכע געפונען זיך אין סיריע. די פענטאגאן האט געמאלדן אז א אמעריקאענר קאמאנדא איינהייט וועלכע אפערירט אינעווייניג אין סיריע, איז געקומען אונטער אן אטאקע פון א דראון, וועלכע האט געשאסן פייער אויף די מיליטערישע קאנוואי. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אין די אטאקע, און די דראון איז באלדיג אראפגעשאסן געווארן. דאס קומט נאכדעם וואס די פרא-אסאד קאאליציע האט נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט פארשווייגן, און האבן צוגעזאגט א רעאקציע צו די נעכטיגע באמבאדירונג פון א פרא-אסאד מיליטערישע איינהייט דורך די אמעריקאנער קרעפטן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל