ניו יארק – א גרופע וועלכע שתדל'ט ביי די סטעיט לעגיסלאטור צו באשטעטיגן טאלס אויף די איסט ריווער בריקן אין ניו יארק סיטי, מיט'ן ציל צו רעדוצירן טראפיק אין דער שטאט, האט געזאגט אז די שטאט קען לעגאל אליינס אננעמען אן ענליכן פלאן. די גרופע "מאוו ניו יארק" האט פארגעשלאגן א פלאן צו רעכענען א טאל אפצאל פון 2.75 פער וועג אויף די ברוקלין, מאנהעטן, וויליאמסבורג און קווינסבארא בריקן. די טאל וועט אויך זיין גילטיג אויף יעדע אויטא וואס פארט אריינציר פון דער 60'טע סטריט און אראפ אין מאנהעטן, סיי פון צפון זייט און סיי פון דרום זייט. זיי האבן געזאגט אז דער אפצאל וועט זיין ביליגער פון די 5.76 וואס מ'האט געהאט פארגעשלאגן אינעם סטעיט לעגיסלאטור און איז אויך די זעלבע פרייז פון א באס אדער א סובוועי רייזע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל