אילינאי – א שטודיע פון דאקטוירים האט געוויזן אז דאס שנעל באריכטן פאר'ן דאקטאר ווען מען ליידט סימפטאמען אלס רעזולטאט פון די קענסער היילונגען, איז א וויכטיגע זאך, און פארבעסערט די היילונג. די פארשער האבן געזאגט אז פילמאל וועלן קענסער פאציענטן פארשווייגן אומבאקוועמע סימפטאמען וואס זיי ליידן, ווארום זיי גלויבן אז דאס איז א טייל פון די באהאנדלונגען וואס מ'גייט דורך. דאס איז נישט אלץ ריכטיג, און ס'איז וויכטיג אז מען זאל יעדן סימפטאם גראד מעלדן פאר'ן דאקטאר, ווייל עס קען צייגן אז א באהאנדלונג טויג נישט אדער אז מ'זאל נוצן אן אנדערן צוגאנג אדער מעדיצין. די פארשער האבן ארויסבאקומען די אינפארמאציע דורך א ספעציעלן וועבסייט וואס זיי האבן אויפגעשטעלט צו ערמעגליכן קענסער פאציענטן צו מעלדן זייערע סימפטאמען צו זייערע דאקטוירים. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די וועלכע האבן עס גענוצט צו פלינק מעלדן זייערע דאקטוירים איבער זייערע סימפטאמען האבן געהאט א בעסערן אויסקום ביי די באהאנדלונגען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל