ניו יארק – געווענליך ווען מ'הערט אין די נייעס אז א מאפיאנער איז ארעסטירט געווארן, איז עס צוליב מארד אקטן, ערנסטע רויבערייען, גניבות און שווינדלערייען, אבער ווען די פעדעראלע אויטאריטעטן האבן מיטוואך נאכט געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט אריבער דרייסיג מאפיאנערן אין ניו יארק, איז איינס פון די גרעסטע חטאים געווען: שאקאלאד...

פעדעראלע אגענטן זענען איבערגעפאלן עטליכע לאקאציעס און ארעסטירט 32 מיטגלידער פון פארשידענע רוסישע מאפיאנערישע באנדעס, און צווישן די הויפט קלאגעס קעגן די פארשוינען איז אז זיי האבן פרובירט צו פארקויפן אזויפיל ווי פינף טאן (צען טויזנט פונט!) פון שאקאלאד וועלכע זיי האבן באוויזן צו רויבן פון עטליכע גרויסע שאקאלאד פירמעס און געשעפטן. מאנהעטן פראקוראר דזשון קים (Joon Kim) האט ביי דער פרעסע קאנפערענץ, מעלדנדיג די ארעסטן, אנערקענט די מאדנע סיטואציע און געזאגט אז די מאפיאנערן זענען געווען פארמישט אין א "סעריע פון צעמישנדע און מאדנע קרימינאלע אקטן".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל